א. הילף פאר שכר לימוד אין נ”י ב. ירחי כלה דרשות‎

גראנדיעזען סיום מסכת יבמות אפגעהאלטן אין פּאַנאַמאַ סיטי דורך ועד מפיצי דף היומי שע”י אגודת ישראל 

צענליגע ערטער איבער צפון אמעריקע נעמען טייל, טויזענטער זענען זיך משתתף מיט’ן סיום  דורך “לייוו הוק-אַפּ” פון פּאַנאַמאַ סיטי

כולל אברכים אין דער קאוט-סענט-לוק געגענד אין מאנטריאל קענעדע פייערט העליכער סיום

שיינער סיום געראכטען אין אגודת ישראל’ס הויפט-קווארטיר ביהמ”ד אין ניו יארק

דינסטיג פרשת יתרו האבען טויזענטער אידען איבער דער גארער וועלט מסיים געווען מסכת יבמות פונעם סדר דף היומי מחזור י”ג. און ווי עס איז שוין איינגעפירט ביי אלע סיום מסכת פונעם דף היומי סדר, טוט דער ועד מפצי דף היומי שע”י אגודת ישראל מסדר זיין א גראנדיעזע סיום ביי א בשטימטע שטאט, וואס ווערט אין דער זעלבער צייט גשיקט ‘לייוו’ צו צענליגער שטעט איבער אמעריקע.

דאס מאל האט דער גרויסער בליענדער ספרד’דישע קהילה פון פּאַנאַמאַ סיטי  איינגעלאדענט דעם ועד מפיצי דף היומי פון אגודת ישראל אין אמעריקע צו מאכען דער הויפט סיום אין זייער קהילה. “עס זענען פארהאן 7 טעגליכע דף היומי שיעורים מיט איבער 100 בעלי בתים וואס זענען זיך משתתף מיט’ן שיעור” האט איבערגעגעבן הרב אליהו שמחה באמבורגער, דער מרַכז פון דעם ועד מפיצי דף היומי. “רוב פון די לומדים האבען קיינמאל נישט געלערנט אין א ישיבה, עס איז א גאוואלדיגע שמחה און א כבוד זיך באטייליגען מיט דער שמחה פון סיום פון איינע פון די שווערסטע מסכת אין ש”ס מיט אט די אידען פון פּאנאמא סיטי.”

הרב באמבורגער גיבט איבער אז בלע”ה עס געפונען זיך 4 שוהל’ן אין פּאַנאַמאַ סיטי וואס זענען פול מיט לומדי תורה און מתפללים מיט מנינים איינס נאכען אנדערע. עס זענען אויך פארהאנן מוסדות התורה פון כוללים און ת”ת און א מיידל שולע, און אויך איז פארהאנן כשר’ע מאכלים מיט השגחה מטעם הקהילה.

לכבוד דעם סיום האט הרב באמבורגער איינגעלאדענט דעם בארימטער פה מפיק מרגלית, הרה”ג רבי דוד עוזרי שליט”א מרא דאתרא פון דער סיריע’יש ספרד’ישע קהילה “יד יוסף תורה סענטער” אין ברוקלין נ”י, צו זיין דער נואם הכבוד פונעם סיום. הרב עוזרי כדרכו האט מיט זיינע פערל ווערטער שטארק באגייסטערט די איבער 150 משתתפים. דער סעודה איז געווען צוגעגרייט כיד המלך, און רבנים און מגידי שיעורים פון שטאט האבען בשיינט דעם לאנגען אויבען אהן.

“איך בין זיכער אז ביים נעקסטען סיום הש”ס דא אין ניו יארק וועלן מיר האבען א שיינעם דעלעגאציע פון איבער הונדערט לומדי הדף פון פּאַנאַמאַ.” האט רב באמבורגער געזאגט. “די שמחה פון די לומדים איז געווען ממש בלי גבול, און מיר וואונטשען אונזערע ברודער אז זיי זאלען גיין מחיל אל חיל לסיים כל הש”ס אין איינעם מיט רבבות אלפי ישראל די בכל אתר ואתר.”

סיום אין מאנטריאל 

צענליגער בעלי בתים פון דער ספרד’ישער קהילה אין מאנטריאל האבען געפייערט א סיום אויף מסכת יבמות אין דער קאוט-סעינט-לוק געגענד אין מאנטריאל. דער ועד מפיצי דף היומי שע”י אגודת ישראל האט מסדר געווען אז הרב הגאון רבי יעקב רייזמאן פון לארענס נ”י זאל זיין דער נואם ואורח הכבוד ביים סיום. דער סיום איז פאר געקומען בהשתתפות אבריכי ורבני הכולל שיחי’.
“מיר האבען געהאט די זכי’ צו האבען 17 לומדים פון די קהילה אין מאנטריאל וואס האבען זיך פאר א פּאר וואכן משתתף געווען מיט די די ירחי כלה פראגראם אין ירושלים” האט הרב אליהו שמחה באמבורגער פון ועד מפיצי דף היומי געזאגט, “און זיי האבען געבעטען פונעם ועד אז מיר זאלען מסדר זיין דאס קומען פון דער גרויסער אורח הכבוד, הרב רייזמאן, דער סיום פאר זיי איז כעין א המשך צו דער גרויסער שמחה וחשקת התורה וואס ציעט זיך נאך פון די ירחי כלה.”

סיום אין הויפּט-קווארטיר פון אגודת ישראל

אין דעם קליינעם ביהמ”ד וואס געפינט זיך אין די אפיסעס פון אגודת ישראל’ס הויפט קווארטיר לערענט פאר הרב מיכל שיפפענבויער שליט”א יעדען טאג (ווען דער אפיס איז אפען) א שיעור דף היומי. הרב שיפפענבויער, א געבוירענער אין ברוקלין און תלמיד פון תורה ודעת אין וויליאמסבורג, איז דער מגיד שיעור פונעם דף שוין איבער 15 יאר בלע”ה אין דעם ביהמ”ד.“נאך אזוי פול יארן פיל איך אין מיר א געוואלדיגע קשר צו די הייליגע תנאים ואמוראים,” זאגט הרב שיפפענבויער. “איך פיל ממש ווי זיי זענען א חלק פון מיין משפחה, נאך אפשר מער ווי ווען איך האב געלערנט אין ישיבה!”

דער ביהמ”ד וואס געפינט זיך אין הארץ פונעם רוישיגער ניו יארק סיטי איז א מקום מקלט פאר די וואס ווילען זיך דערכאפען די נשמה אין מיטען טאג מיט א ביסל תורה ותפלה, אין איינעם מיט א ווארימע קאווע אדער טיי. עס איז אפען פאר אלעמען כל זמן ווען דער אפיס איז אפען, און ב”ה כסדר געפונען זיך לומדי תורה אין ביהמ”ד וואס איז פול מיט ספרי קודש פון אלע סארטן.

חוץ דעם שיעור הדף היומי פון הרב שיפפענבויבער איז פארהאנן יעדען טאג צוויי מנינים פאר מנחה. דער שיעור דף היומי הייבט זיך אן יעדען טאג 12:15 מיטאג צייט

א חלק פון דעם עולם ביים סיום אין פאַנאַמאַ סיטי
הרב אליהו שמחה באמבורגער רעדט ביים סיום אין פּאנאמא

הרה”ג רבי דוד עוזרי שליט”א נואם הכבוד ביים סיום אין פּאנאמא

הגאון רבי יעקב רייזמאן שליט”א אורח ונואם הכבוד ביים סיום אין מאנטריאל

הרב הגאון יעקב בנולייל שליט”א ראש כולל אברכים קאוט-סעינט-לוק מאנטריאל

 הרב יצחק תורגמאן שליט”א גיבט איבער דעם הדרן אויף מסכת יבמות אין מאנטריאל

סיום מסכת ע”י הרב מיכל שיפפענבויער אין אגודת ישראל הויפט-קווארטיר

# # #
כדי זיך איינשרייבן אין אונזער אימעיל ליסטע קליקט דא

א גוטן שבת